קאָכװאַרשטאַט מיט אַניק מאַרגולעס
אַניק האָט שוין אָנגעפֿירט מיט קאָכוואַרשטאַטן אין פּאַריזער ייִדיש־צענטער און אויך אין די ראַמען פֿון זומער־פּראָגראַמען. אירע וואַרשטאַטן זענען אָנגעפֿירט אויף ייִדיש און געבן אַ געלעגנײַט די באַטייליקטע צו רעדן צווישן זיך אויף יידיש בײַם קאָכן און באַקן. צו העלפֿן די באַטייליקטע ווערט אַ דאָקומענט מיט די רעצעפּטן פֿון די געקאָכטע צי געבאַקטע מאכלים צעטיילט ווי אויך אַ גלאָסאַר.
אויפֿן וואַרשטאַט וועלן די באַטייליקטע אויך זיך לערנען אַ ביסל וועגן די ייִדישע מאכלים.