ייִדיש אין פּאַריז

די 10טע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין פּאַריז אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער

 אַ געמישטע פּראָגראַם — אויף זום און אינעם לאָקאַל

פֿונעם 9טן ביזן 27סטן אויגוסט 2021.

זינט 1997 אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק יעדע דרײַ יאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי. במשך דרײַ וואָכן נעמט דער צענטער אויף אין האַרץ פֿון פּאַריז תּלמידים פֿון דער גאַנצער וועלט און לייגט זיי פֿאָר ייִדיש־קורסן און קולטורעלע אַקטיוויטעטן. וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן און פֿרײַנדלעכע באַגעגענישן דערלויבן יעדן איינעם צו פֿאַרטיפֿן די שפּראַך־קענטענישן און זיך צו באַקענען מיט ייִדישיסטן פֿון אַנדערע לענדער. דאָס יאָר האָבן מיר אויסגעקליבן צוויי פּאַראַלעלע פּראָגראַמען, אינעם לאָקאַל און אויף אינטערנעץ, מיט מאָדולן וואָס מע קען אויסקלײַבן.

צוויי פּאַראַלעלע פּראָגראַמען :

צוויי קורסן, מדרגות 1 און 2, וועלן פֿאָרקומען אויפֿן אָרט, אונטער אַ שטרענגער השגחה וואָס שייך סאַניטאַרישע נאָרמעס.

מדרגות 1 ביז 5 וועלן פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ (אויף זום). די תּלמידים פֿון די מדרגות 3 – 5 וועלן קענען אויסקלײַבן צווישן אַ קורס פֿון 45 שעה (2 לעקציעס פֿון 1.3 שעה אַ טאָג, פֿון מאָנטיק ביז פֿרײַטיק, במשך 3 וואָכן) און אַ קורס פֿון 22.30 שעה (1 לעקציע פֿון 1.3 שעה אַ טאָג, פֿון מאָנטיק ביז פֿרײַטיק, במשך 3 וואָכן)

שרײַבט אײַך גיך אײַן, די צאָל ערטער איז באַגרענעצט !

 

 

אָרגאַניזירט אַ דאַנק דער אונטערשטיצונג פֿון דער פֿונדאַציע לזכר דעם חורבן.