סטיפּענדיעס

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער האָט צו צעטיילן אַ געוויסע צאָל סטיפּענדיעס פֿאַרן זומערקורס. זיי זענען באַשטימט דער עיקר פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן, אָן קיין שום עלטער־באַגרענעצונגען.

פֿאַרפֿעלט ניט די דאָזיקע געלעגנהייט ! בעט אַ סטיפּענדיע אויב איר זײַט אַ סטודענטקע/אַ סטודענט אָדער אויב איר האָט פֿינאַנציעלע שוועריקייטן.

פֿאַרשפּרייט די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע, דער עיקר צווישן אוניווערסיטעט־סטודענטן !

מע קען בעטן אַ סטיפּענדיע ביזן 15טן יולי 2021 (פֿאַרלענגערט ביזן 31סטן יולי 2021).

צו שיקן די סטיפּענדיע־בקשה פֿילט אויס דעם פֿאָרמולאַר דאָ אונטן און לייגט בײַ :

  • אַ מאָטיוואַציע־בריוו (ניט לענגער ווי 1 זײַט)
  • אַ ביאָגראַפֿישע נאָטיץ (ברירהדיק)

Click or drag a file to this area to upload.