רעפֿעראַטן

אַ הויכפּונקט פֿון אונדזער פּראָגראַם וועט זײַן דאָס אָפּמערקן די הונדערט יאָר זינט דער גרינדונג פֿון ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ווילנע, מיט לעקציעס פֿון דרײַ פּראָפֿעסאָרן :

  • הערשל גלעזער, לאַנגיאָריקער דעקאַן פֿון מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק, וועגן „די אַמאָליקע פֿילאָלאָגישע סעקציע פֿונעם ייִוואָ“ ;
  • דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער געשיכטע אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק), וועגן „דער ייִוואָ אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה“ ;
  • עליסאַ בעמפּאָראַד, געשיכטע־פּראָפֿעסאָרין אין קווינס קאַלעדזש (גראַדויִר־צענטער, ניו־יאָרק), וועגן „ייִוואָ אין די אויגן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן“.

Shprekherins, Zogerins, Klogerins and Feldmesterins: women spirit workers in Jewish Eastern Europe – Annie Cohen

אין סטערעאָטיפּישע שילדערונגען פֿון דעם ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע, זענען גײַסטיקע ענינים אָפֿט געמאָלט װי אַ מאַנס געביט — דאָס געביט פֿון דער שול, דעם שטיבל און דעם בית־מדרש. נאָר געװיסע אַספּעקטן פֿון דעם גײַסטיקן לעבן האָט מען געװײנטלעך געזען, װי איציק מאַנגער האָט געשריבן, װי ״װײַבערישע זאַכן״ — די באַציונג מיט די טױטע, אָדער דאָס אָפּשפּרעכן אַ בײז אױג, למשל. אין דעם רעפֿעראַט, װעט מען באַדענקען עטלעכע פֿון די "װײַבערישע פּרנסות״ װאָס, אָפֿט געטראָפֿן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע. ארױסהײבנדיק דעם בית־עולם אַלס װיכטיק אָרט אין דעם גײַסטיקן לעבן, װעט מען באַזונדערש אַרומרעדן די ראָלע פֿון די אַזױ־גערופֿענע ״קבֿרות־ייִדיענעס״ און זײערע ייִדישע תּחינות און קלאָגענישן.

״פֿאַר אײַער און אונדזערע פֿרײַהײַט״ ־ ייִדן, ייִדיש און די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס – אַני כּהן

צװישן 1936 און 1938, זענען אַרום 35,000 װאָלונטירן געפֿאָרן קײן שפּאַניע צו קעמפֿן קעגן פֿראַנקאָ, היטלער און מוסאָליני אין די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס, אָנגעפֿירט פֿון דעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל און אָרגאַניזירט געװאָרן אין פּאַריז פֿון דער ״MOI״ — די אַזױ־גערופֿענע שפּראַך־סעקציעס פֿון דער פֿראַנצײזישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. מען רעכנט הײַנט אַז אַרום 10 פּראָצענט פֿון די קעמפֿער אין אָט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָלקס־אַרמײ זענען געװען ייִדן, אַ סך פֿון זײ ייִדיש־רעדנער אָדער די קינדער פֿון אשכּנזישע אימיגראַנטן. אין דעם רעפֿעראַט װעט מען אַרומרעדן די ראָלע געשפּילט אין די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס פֿון אַ נעץ ייִדישע קאָמוניסטן אין באַרצעלאָנע, פּאַריז און ניו־יאָרק, קוקנדיק דער עיקר אױף װי אַזױ זײ האָבן קאָמבינירט אנטיפֿאַשיסטישע און יידיש־קולטורעלע טעטיקײַטן.