די לעקציעס וועלן פֿאָרקומען יעדן אינדערפֿרי פֿון 9.30 ביז 13.00 אויף פֿינף מדרגות, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַ געניטער און דינאַמישער גרופּע לערערס. געווענדט אינעם ניוואָ, וועט מען לייגן דעם טראָפּ אָדער אויפֿן שפּראַך־לימוד, אָבער אויף ליטעראַרישע און היסטאָרישע טעקסטן פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן.
אָנהייבערס :
מדרגה 1
- קלאַריס בראָסאַר
- מאַלענאַ כינסקי
מדרגה 2
- קלאַריס בראָסאַר
-
סאָניאַ דראַטוואַ־פּינקוסאָוויטש
מיטנדיקע :
מדרגה 3
- סאָניאַ דראַטוואַ־פּינקוסאָוויטש
-
מאַלענאַ כינסקי
ווײַטהאַלטערס :
מדרגה 4
-
אִרנאָ ביקאַר : די כעלעמער מעשׂיות און זייער רײַכער ליטעראַרישער גורל.
-
חיהלע ביער : די שריפֿטן פֿון רחל אויערבאַך.
מדרגה 5
-
אִרנאָ ביקאַר(דרײַ וואָכן) : דאָן קיכאָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
-
יצחק ניבאָרסקי (איין וואָך) : גרויסע פּאָעטן פֿאַר קליינע קינדער .פּאַעזיע פֿאַר קינדער און יונגע פֿון מײַסטערס פֿון ייִדישן ליד.
-
חיהלע ביער (איין וואָך) : די זכרונות פֿון גליקל האַמעל .די האַמבורגער אשת־חיל פֿון 17טן יאָרהונדערט.
-
זשיל ראָזיע (איין וואָך) : אַבֿרהם סוצקעווער, פּאָעזיע און פּראָזע. פֿאַרגלײַכיקער אַרײַנבליק אין זײַנע געטאָלידער און אין טיילן פֿון זײַן פּראָזעבוך „ווילנער געטאָ“.