באַזוכן

אויף די שפּורן פֿון די ייִדישע קינסטלער פֿון דער „עקאָל דע פּאַריז“ – פֿאַני באַרבאַרע

ייִדישע קינסטלער האָבן געלייגט אַ שטעמפּל אויפֿן מאָנפּאַרנאַס פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. אָפּווײַכנדיק פֿון דער ייִדישער מסורה, האָבן זיי געלאָזט אין גאַנג אַ באַוועגונג ווי די ייִדישע וועלט האָט ביז זיי נישט געהאַט געזען, און איבערגעלאָזט זייער שפּור אין דער קונסט־געשיכטע. דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער לייגט פֿאָר זיי צו באַגעגענען דורך וויזיטן אין די אַטעליעען. מוזייען, פֿאַרברענג־ערטער און ייִדישע שריפֿטן ווײַזן ווי לעבעדיקע די געשטאַלטן פֿון שאַגאַל, מאָדיליאַני, קיסלינג און אַ סך אַנדערע.

דורך די שפּאַצירן איבער ערטער וואָס זענען געוואָרן לעגענדאַר, ווערט ממשותדיק די געשיכטע פֿון די קינסטלער. עס אַנטפּלעקט זיך זייער טאָג־טעגלעכקייט אינעם מאָנפּאַרנאַס פֿון די 1920ער יאָרן, מיט זייערע שטרעבונגען, דערפֿאָלגן און דורכפֿאַלן.

קינסטלערהויף „לאַ ריש“ (געווענדט אין דער צושטימונג פֿון קינסטלער־קאָלעקטיוו פֿון „לאַ ריש“), אָדער, טאָמער נישט : קאַפֿעען בײַ דער גאַסן־קרייצונג וואַווען.

קינסטלערהויפֿן אויף שעמען־די־מאָנפּאַרנאַס און פֿאַלגיער־הויף