ייִדיש אין פּאַריז 2018

ייִדיש אין פּאַריז

“ייִדיש אין פּאַריז”

די 9טע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין פּאַריז וועט פֿאָרקומען אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער פֿונעם 23סטן יולי ביזן 10טן אויגוסט 2018.

זינט 1997 אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק יעדע דרײַ יאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי. במשך דרײַ וואָכן נעמט דער צענטער אויף אין האַרץ פֿון פּאַריז תּלמידים פֿון דער גאַנצער וועלט און לייגט זיי פֿאָר ייִדיש־קורסן און קולטורעלע אַקטיוויטעטן. וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן און פֿילמען דערלויבן יעדן איינעם צו פֿאַרטיפֿן די שפּראַך־קענטענישן און זיך צו באַקענען מיט ייִדישיסטן פֿון אַנדערע לענדער.

נײַ :

אַחוץ די 4 מדרגות וואָס מיר לייגן געוויינטלעך פֿאָר, וועט מען צום ערשטן מאָל פֿאָרלייגן אַ קורס פֿאַר ייִדיש־לערער.

שרײַבט אײַך גיך אײַן, די צאָל ערטער איז באַגרענעצט !

מדרגות און לערערס

די לערערס (אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי) :

1טע מדרגה

שׂכר־לימוד

שׂכר־לימוד : 680 אייראָס.
אוניווערסיטעט־סטודענטן אונער 30 יאָר : 480 אייראָס.
מע קען בעטן אַ סטיפּענדיע (סטיפּענדיעס דער עיקר פֿאַר סטודענטן).

אײַנשרײַבן זיך אויף די מדרגות 4-1

מדרגות

בײַם באַצאָלן דעם שֹכר־לימוד וועט מען בײַ אײַך בעטן אויסצוקלײַבן אַ מדרגה וואָס איז צום בעסטן צוגעפּאַסט צו אײַערע שפּראַך־קענטענישן. פֿונדעסטוועגן איז מעגלעך אַז די אָרגאַניזאַטאָרן וועלן אײַך צוטיילן צו אַן אַנדער גרופּע אויב ס’איז נייטיק צוליב פּעדאַגאָגישע סיבות.

אַנוליר־באַדינגען

אויב איר אַנולירט אײַער אײַנשרײַבונג פֿאַרן 23סטן יוני 2018, וועט מען אײַך צוריקצאָלן דאָס אײַנגעצאָלטע געלט, אַחוץ דעם אַדמיניסטראַטיוון צושטײַער פֿון 50 אייראָס. אויב איר אַנולירט נאָכן 23סטן יוני, וועט קיין צוריקצאָלונג שוין ניט זײַן מעגלעך.

סטיפּענדיעס

די סטיפּענדיעס זענען דער עיקר פֿאָרויסגעזען פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן. כּדי צו בעטן אַ סטיפּענדיע זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אַ בקשה אויף דעם אַדרעס : zumer@yiddishweb.com

אײַנשרײַבן זיך דורך דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ »

איר קענט באַצאָלן פֿאַר דער אײַנשרײַבונג אויף דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ » (די פֿאַרבינדונג געפֿינט זיך אונטן). ווען איר וועט האַלטן בײַם צאָלן, וועט אײַך די וועבזײַט פֿאָרלייגן צוצוגעבן אַ געוויסע סומע « טרינקגעלט » וואָס אַ דאַנק דעם פֿונקציאָנירט זי. דער דאָזיקער צושטײַער, ווי אויך זײַן באַטרעף, איז אין גאַנצן פֿרײַוויליק. איר קענט בײַטן די סומע מיט דעם געהעריקן קנעפּל איידער איר ענדיקט זיך אײַנשרײַבן.

 

שטיצן סטיפּענדיאַנטן דורך « העלאָאַסאָ »

די וועבזײַט « העלאָאַסאָ » וועט אײַך אויך פֿאָרלייגן אַ פֿרײַוויליקן צושטײַער צו שטיצן דעם פּאַריזער ייִדש־צענטער. אויב איר זײַט מסכּים בײַצושטײַערן, זאָלט איר וויסן אַז מיט דעם געלט וועט איר שטיצן סטיפּענדיאַנטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם.

שרײַבט זיך אײַן

אײַנשרײַבן זיך אויפֿן קורס פֿאַר ייִדיש־לערער

אויב איר ווילט קאַנדידירן אויפֿן קורס פֿאַר ייִדיש־לערער, זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אַ מאָטיוואַציע־בריוו אויף ייִדיש מיט אַ ביאָגראַפֿישער נאָטיץ אויפֿן אַדרעס : zumer@yiddishweb.com